נײַעס פֿון פֿאָרווערטס
די צווייטע וועלט־מלחמה, מיט איר אינדוסטריעלער מאַשין פֿון אומקום, וואָס האָט אַוועקגעטראָגן צענדליקער מיליאָנען לעבנס, האָט נאָך דער מלחמה געצוווּנגען די וועלט־פֿירער צו באַטראַכטן אַנדערע קריטעריעס פֿון מענטשלעכער ציוויליזאַציע. אַזוי איז אין דער פּאָליטיק פֿון דער מערבֿ־וועלט אויפֿגעקומען די נײַע אידעאָלאָגיע פֿון אַ ”הומאַניסטישן כאַראַקטער”. דער הויכפּונקט אין דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע ווערט אָנגערופֿן דאָס ”מענטשלעכע לעבן”; נישט נאָר דאָס וווילזײַן פֿון דער מלוכה.
אָט דער פּרינציפּ האָט צעשאָקלט די לאַנג־דויערנדיקע קאָלאָניאַלע סיסטעם אין די 1950ער יאָרן; דער דאָזיקער הומאַניטאַרער צוגאַנג איז געלעגן אויך אינעם יסוד פֿונעם קאַמף קעגן דעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער און זײַן צענטער — סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
און עס האָט שוין אויסגעזען, נאָכן קראַך פֿון דעם סאָוועטישן מאָנסטער, אַז שוין — די אידעאָלאָגיע פֿון מענטשלעכקייט האָט, סוף־כּל־סוף, געזיגט. דער מענטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז העכערס און טײַערס פֿון זײַן לעבן האָט קיין שום וווילזײַן נישט די ווערט!
קומט דער 11טער סעפּטעמבער 2001. דער נײַער מילעניום ווערט געבוירן אונטער דער גרינער פֿאָן פֿון איסלאַמישן פֿונדאַמענטאַליזם. דער מערבֿ שפּרינג ממש אויף: ”סטײַטש, מיר האָבן דאָך געבראַכט אַ נײַע אידעאָלאָגיע פֿון מענטשלעכקייט, פֿון שאַצן דאָס מענטשלעכע לעבן; און דאָ קריכט פֿון דער פֿינצטערניש אַרויס אַ נײַע אידעאָלאָגיע, וואָס פּריידיקט זעלבסטמאָרד לטובֿת אַללאַ און אַ כאָפּטע בתולות!” אַזוי גייט אַרײַן אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט דער טויטלעכער באַגריף ”הייליקער דזשיהאַד”.